# started 2014-09-02T08:19:11Z "א וויץ איז אין קורצען עפעס וואס ברענגט מענטשן צו שמייכלען אדער לאכען. וויצן קענען זיין אין פורעם פון רייד, געזאגט אדער געשריבן, און זיי קענען אויך זיין אין פורעם פון זעהניש, אין בילדער אדער פֿאָרשפילען.די גרעסטע דענקער און פארשער פרובירען צו דערגיין פארוואס מ'לאכט אויף א וויץ. ס'מן-הסתם נישט דא בלויז איין סיבה, און ס'קען זיך אויך ווענדן אויף די סארט וויץ."@yi . "קוגל (ענגליש: pudding) אן עסנווארג, די אלגעמיינע קוגל איז דער \"קארטאפל קוגל\" און דער \"לאָקשן קוגל\".מענטשן מיינען אז דאס ווארט \"קוגל\" שטאמט פון לשון קודש ווארט \"כעיגול\", וואס מיינט \"אזוי ווי א רינג\", וויבאלד די ארגינעלע קיגלעך זענען געפורעמט קיילעכדיג. אבער אין אמת'ן דאס איז אן אריגינאל יידיש ווארט וואס באדייט א זאך מיט דער צורה פון א באל, גלייך ווי דייטשיש: Kugel.פאראן צענדליקער אויב נישט הונדערטער סארטן קוגלען. קוגלען קענען זיין זיס, זאלציק, פארברענט, נאס, טרוקן, הויך, פלאטשיג, אדער סיי וועלעכע אנדערע פארעם. קוגלעך ווערן געמאכט פון פארשיידענע סארטן עסנווארג.קוגלעך קענען צוטיילט ווערן אין עטליכע משפחות."@yi . "האַרי פּאָטער איז אַ פֿיקטיװער כאַראַקטער אין אַ סעריע ביכער געשריבן דורך י. ק. ראָלינג.האַרי איז אַ יתום פֿון טאַטע און מאַמע, און װוינט מיט זײַן שלעכטן פֿעטער װערנאָן, װעלכער איז אַ מאגל. בײַ די עלף יאָר װערט ער געװאָר אַז ער האָט די טאַלאַנטן צו מאַכן כּישוף און זײַן לעבן טױשט זיך דראַסטיש, פֿון דעם מאַגעטאַמישן לעבן בײַ זײַן פֿעטער װוּ ער װערט טעגלעך גערודפֿט דורך זײַן שװעסטער קינד דאָדלי כאַפּט ער זיך אַריבער צו די דראַמאַטיש אָנגעפֿילטע טעג אין דער שולע פֿון כּישוף־מאַכערײַ װוּ ער לעבט אין פּחד פֿון װאָלדעמאָרט װעלעכער האָט געהרגעט זײַנע עלטערן און װיל אים אױך אָפּֿענדיקן, אין יעדן פון די זיבן ביכער ווערט באשריבען איין יאר פון זיין לעבן אין דער חזיר־װאָרצל שולע פֿון כּישוף־מאַכערײַ. לויט ווי די לעגענדע לויטעט זענען הערי'ס עלטערן אומגעבראכט געווארן דורך דעם מערדער וואלדערמארט וועלכער האט גענוצט די שרעקעוודיגע אברא כדאברא וועלכעס איז א קבלה'ישער אויסראטונג קללה זיי אומצוברענגען, און אזוי ארום צו באהערשן אלעמען. הארי האט זיך אבער באוויזן ארויסצודרייען פון אט די קללה, און האט נאך אויסגעדרייט דעם וואפען קעגן וואלדערמארט, וועלכער איז זעלבסט אומגעברענגט געווארן דורך דעם.דער זיבעטער און לעצטער באנד פון הארי פאטער איז ארויסגעקומען אין יאר 2007.ליסטע פון די זיבן ביכער: האַרי פּאָטער און דער שטײן פֿונעם פֿילאָסאָף - יוני 1997. האַרי פּאָטער און דער צימער פֿון סודות - יולי 1998. האַרי פּאָטער און דער אַרעסטאַנט פֿון אַזקאַבאַן - יולי 1999. האַרי פּאָטער און דער בעכער פֿון פֿײַער - יולי 2000. האַרי פּאָטער און דער אָרדן פֿון פֿעניקס - יוני 2003. האַרי פּאָטער און דער האַלב-בלוט-פּרינץ - יולי 2005. האַרי פּאָטער און די רוחות פֿון טױט - יולי 2007."@yi . "אַ קאָמפּיוטער איז אַ מאַשין, דער אינפֿאָרמאַציע מיט הילף פֿון כּללים פּראָצעסן קענען. טיש קאמפיוטער שויס קאמפיוטערדי גרונדענע באַשטייטיילען פון א קאמפיוטער זיינען: פראצעסאר הארטדיסק עקראן קיבארד מויזזעט אויך: ביינערי אינטערנעץ בליצבריוו פראגראמס"@yi . "וויליאַמסבורג (ענגליש: Williamsburg) איז אַ געגנט אין צפון ברוקלין, ניו־יאָרק."@yi . "שמד מיינט א טויש פון גלויבן. און איז געווארן א אנדערע גלויבן ווי צום ביישפיל א קריסט אדער א קאטאליק און אזוי ווייטער. זעט אויך: אפגעפארענער"@yi . "‫בריטני ספּירס (געב' דעם 2טן דעצעמבער 1981; ו' כסליו ה'תשמ\"ב) איז אַן אַמעריקאַנער פּאָפּולערע פאפ זינגערין און צו מאלן אן אקטריסע. איר קאריערע האט זי אנגעהויבן שוין ביי די 12 יארן. זי האט געבראכן דער רעקארד, מיטן ווערן אזא פּאָפּולערע שטערן, שוין ביי די 17 יאר האט זי ארויס געגעבען א פאר סידיס און צוויי פילמען. איר ערשטע סינגל פון 1998 איז געווען baby one more time.זינט זי האט חתונה געהאט איז זי כמעט אראפ פון מאפע אויף עטלעכע יאר. צום יאר 2005 איז איר געבוירן געווארן א בן זכר, און די געבורטס האט א סך געטוישט איר גוף.נאוועמבער 2007 איז זי צוריק אריין אין דעם מוזיק־תּחום, און האט פובליקירט א דיסק מיטן נאמען Blackout אין איר די דריי סינגלען: Gimme More, Piece of Me, Break the Ice. שפעטער, מערץ 2011 האָט זי פּראָדוצירט איר אַלבאָם מיטן נאָמען Femme Fatale."@yi . "רבי אלימלך פון ליזשענסק זצ\"ל (ה'תע\"ז - כ\"א אדר ה'תקמ\"ז), פארפאסער פון ספר נועם אלימלך, באקאנט מיטן נאמען דער הייליגער רבי ר' מיילך."@yi . "‫געפֿילטע פֿיש זענען פיש וואס מ'האט אנגעפילט; די פילונג מאכט מען פון געמאלענע פיש. היימישע געפילטע פיש זענען געוויינטלעך קארפ אדער לעשט; אמאל פלעג מען פילן אויך העכט.די פילונג קען ווערן געמישט מיט אייער און ציבל און א ביסל פעפער. מ'דארף אויך אריינגעבן א ביסל מצה מעל אז עס זאל זיך האלטן צוזאמען, און צעמאלענע מאנדלען געבן א גוטן געשמאק. פוילישע און גאליציאנער יידן זענען געוואוינט צו קאכן די פיש זיס, מיט צוקער, אבער ליטווישע קאכן די פיש אן צוקער.היינטיגע צייטן מאכן א סאך די געמאלענע פיש און מ'קאכט דאס אליין.עס איז אַ \"מנהג ישׂראל\" דאָס צו עסן ביי די שבתדיגע סעודות און ביי אנדערע סעודות מצוה. טייל מענטשן שמירן די פיש מיט כריין, אַרומנעמען מיט חלה, און אַראָפּשלינגען גאַנצערהײט. פֿאַלשע געפֿילטע פֿיש, לכּבֿוד פּסח, װערט געמאַכט פֿון פֿלײש און געגעסן אין געװיסע קרייזן װוּ מ'עסט נישט קיין פֿיש אום פּסח."@yi . "דער טאַפּיר איז אײנציק צום חזיר, און לעבט אין די זומפּיקע נידעריגע ערטער פֿון דרום אַמעריקע און דרום אַזיע. זײַן פֿעל איז זײער דיק און מיט זײַן קורצע האָר. זײען נאָז איז אױסגעצױגן װי אַ שנאָבל, מיט װעלכן ער האָפֿט בלעטער אָדער פֿרוכטן און טראַכט זײ צו צום מױל."@yi . "הינדויִזם איז אַ רעליגיע פֿון דרום אזיע.הינדואיזם איז די דריטע מערסטע פארשפרייטע רעליגיע אין דער וועלט, נאך קריסטנטום און איסלאם, מיט מער פון א ביליאן אנהענגער. פון זיי, איין ביליאן וואוינען אין אינדיע. אנדערע גרויסע קהילות פון אנהענגער זענען נעפאל (23 מיליאן), באנגלאדעש (14 מיליאן) און דער אינזל באלי אין אינדאנעזיע (3.3 מיליאן)."@yi . "װ‫יקיפּעדיע איז אַ פֿילשפּראַכיקער פּראָיעקט (לעת עתה:250 שפּראַכן) צו שאַפֿן אַ גענױע און פֿולשטענדיקע ענציקלאָפּעדיע. איר נאָמען איז אַ צוזאַמען שטעלונג פֿון צװײ װערטער: וויקי און \"פּעדיע\". עס ‫קומט אין אָפֿענעם פֿרײַען פֿאָרמאַט, געבױט אױף אַ ספּעציעלער פּראָגראַם מיטן נאָמען וויקי (מײנענדיק שנעל און געשװינד אױף האַװײַיִש), װאָס מאַכט די ענציקלאָפּעדיע װי אַ רשות הרבים װאָס יעדער אײנער קען זיך באַטײליקן, ענדערן, רעדאַקטירן, רעאַגירן, מעקן, און אַלײנס אָפּשרײַבן כל מיני אַרטיקלען.די וויקיפעדיע פראיעקט האט אנגעהויבן מיט דער ענגלישער וויקיפעדיע 15 יאנואר 2001. נאכהער זענען געקומען די וויקיפעדיעס אויף אסאך אנדערע שפראכן. אום 12 יולי 2007 זענען געווען אין דער ענציקלאפעדיע 7.83 מיליאן ארטיקלען אין אלע שפראכן געשאפֿן דורך 8.04 מיליאן באניצערס כולל בערך צוויי מיליאן ארטיקלען אין ענגליש. צוזאמען אנטהאלטן די וויקיפעדיעס 1.40 מיליאן פֿרייע בילדער."@yi . "אן אלפאבעטישע ליסטע פון לענדער פון דער וועלט."@yi . "אַ װאָרט איז אַ טײל פֿון לשון.דער אינסטינקטיווער טייל פונעם ווארט, איז אז מען געט איבער בעל־פה אדער שריפטלעך א זאך וואס מען האט אין דער מחשבה, אזוי אז יענער זאל דאס קענען פארשטיין.טיפּן פֿון װאָרט: סובסטאַנטיװ פּראָנאָם װערב אַדװערב (אאַז\"ו)אויסטרעפן די אנטוויקלונג פון א ווארט הייסט עטימאלאגיע.צוויי ווערטער וואס מען רעדט אויס גלייך ווערן גערופן \"האמאפאנען\".א ווערטערבוך איז א ליסטע פון ווערטער מיט זייערע באדייטן אדער מיט זייער טייטש אויף אן אנדער שפראך.א טעזארוס ברענגט צוזאמען ווערטער וואס זענען סינאנימען.א ווארט איז געבויט פון (איינעם אדער מער) טראפן.א זאַץ איז געבויט פון ווערטער.la:Dictionew:खंग्वःzh:單字"@yi . "סאַטמער איז אַ שטאַט אין זיבנבערגן, רומעניע."@yi . "דער װאַלראָס (אױך רופט מען עס מאָרזש און ים-פערד אױף אידיש) איז אַ קרוב פֿון ים־הונד. ער לעבט אין די ימים אַרום צפון פאלוס. זײַן לענג איז 5־6. זײמעטער. ער איז שױן מער אָנגעפֿאַסט זיך צו באַװעגן אױף דער יבשה. ער דערנערט זיך דערהױפּט מיט מושלן, װעלכע ער גראָבט אױס מיט לאַנגע, קרעפֿטיקע רײַס־צײנער (זײ זענען אן'ערך צװײ פֿוס לאַנג), און אױך מיט פֿיש. מען געברױכט זײַן פֿעל, זײם פֿעטס און זײַן רײַס־צײנער, װעלכע געהען אַנשטאָט העלפֿאַנדבײן."@yi . "דער צאָבעל לעבט אין די קאַלטע געגענטן פֿון סיביר. איז גרױס װי דער מאַרדער. זײַן פֿעל איז גאנץ טײער."@yi .